E. haoros@haoros.com

F. (718) 247-6016

Haoros UBiurim - הערות וביאורים
חג הסוכות - תשס"ב
שונות
התוועדות י"ט כסלו תרפ"ח
הרב מרדכי גלזמן
שליח כ"ק אדמו"ר - ריגא, לטביה

באג"ק אדמו"ר מהריי"צ ח"ב עמ' קנג, במכתב מב' שבט תרפ"ט מספר על המדובר "בחג הגאולה י"ט כסלו שנה העברה... בענין... אופן הלימוד בביה"ס "תורה ודרך ארץ" (בריגא)... הטוב האמיתי הוא "תורה תמימה" תורה ויר"ש". ובהערת העורך בשוה"ג מציין להתוועדות י"ט כסלו תרפ"ט. ואחריו נמשך העורך דספר השיחות תרפ"ח – תרצ"א בעמ' 58 הערה 19.

אך המעיין שם בשיחה יראה א) שלא מדובר שם כלל מענין זה, מלבד ב)הרבי עצמו כותב: בחג הגאולה י"ט כסלו שנה שעברה דהיינו תרפ"ח. ג) בהמשך המכתב שם מספר אשר "כעבור איזה חדשים איזה מהתלמידים מתורה ודרך ארץ עזבו את ביה"ס ויתחילו ללמוד בסדר הראוי להם" ומי"ט כסלו תרפ"ט עד תאריך כתיבת המכתב ב' שבט יש רק 6 שבועות ולא "איזה חדשים".

ולאחרונה מצאתי בכתב עת "דער רוף" בגליון מס' 7 מתאריך כ"ט טבת תרפ"ח, קטע המספר על התוועדות זו בי"ט כסלו תרפ"ח, ואכן מסופר שם שדיבר בהתוועדות ע"ד ביה"ס תורה ודרך ארץ.

והנה ציטוט הידיעה - אף דער שמחה, וואס איז פארגעקומען י"ט כסלו באם לובאוויטשער רבין אין דירה און אף וועלכער עס האבן אנטיילגענומען עטלעכע הונדערט חסידים האט דער רבי בעת דער סעודה גערעדט מעניני דיומא:

- אין רוסלאנד – האט געזאגט דער רבי – בין איך ניט אופגעטראטן קעגן די ציוניסטן. פארוואס: ווייל דארטן ווערן די ציוניסטן גערודפט, וואלט דאס געהייסן מסרן אף זיי. אבער דא אין לעטלאנד דער-קלער איך אייך: דער ציוניזם דארף ניט געראכט ווערן, ס'איז – פע! בלאטע... לא ימצא ולא יפקד על פני הארץ!

אויך האט דער לובאוויטשער גערעדט בנוגע דעם חינוך, דערביי האט ער איינגעפונען אז די "תורה ודרך ארץ" שולן זיינען צו לינק...

"אודאי – האט דער רבי געזאגט – איז בעסער א שול, וואס דער עיקר איז בא איר תורה און דערנאך גייט דרך ארץ, איידער פארקערט: צוערשט דרך ארץ און דערנאך ערשט תורה, אבער אויך די "תורה ודרך ארץ" שולן זיינען ניט ביכולת דערציען דעם אידן, וואס זאל זיין גרייט אף מסירת נפש פארן דת. מען דארף אופשטעלן צוריק די חדרים. עס טאר זיך ניט איינגעפינען אזא אידישער אינגל, וואס זאל ניט באזוכן דעם חדר".

איינער פון די הייסע חסידים, וואס האט זיך געפונען צווישן די געסט, האט בא די דאזיקע ווערטער זיך אומגעקערט צו זיין זון, א בחורל מיט א "תורה ודרך ארץ" היטל אפן קאפ און האט צו אים געזאגט - נו זונדל, מעגסט שוין מארגן אויסטאן די היטל. "דו וועסט אין שול מער ניט גיין, פון היינט אן וועסטו גיין אין חדר...

Download PDF
תוכן הענינים
גאולה ומשיח
לקוטי שיחות
שיחות
נגלה
חסידות
רמב"ם
הלכה ומנהג
פשוטו של מקרא
שונות