תלמיד בישיבה
בלקו"ש ח"א ליל ב' דחגה"פ ע' 246 מבאר כ"ק אדמו"ר בזה שאומרים בהגדה "אמר ר"א בן עזרי' הרי אני כבן שבעים שנה" וזלה"ק: לויט דעם איז ניט פארשטאנדיק וואס ער זאגט ווייטער ולא זכיתי וכו', לויט דעם פשטות הלשון איז דער וואונדער פון "ולא זכיתי" ניט נאר מצד החכמה, נאר אויך מצד דעם וואס ער איז א זקן כבן שבעים שנה ... אבער ויבאלד ער האט בלויז אויסגעזען ווי א זקן פאלט דאך אפדי טענה עס זאל זיין הלכה כמותו?
ומתרץ בזה וזלה"ק "איז דאס גופא וואס נראה כזקן - איז דאס ווייל ברוחניות איז ער באמת געווען א זקן בן שבעים שנה, און אזוי עס שטייט אין סידור האריז"ל אז בצירוף זיינע יארן פון ערשטן גלגול איז ער געווארן דעמאלט בן שבעים שנה". עכלה"ק.
וצ"ב, דהא ניחא דמצד השנים ר"א בן עזרי' הי' ראוי להיות נשיא, וכנ"ל כי בצירוף השנים מהגלגול הקודם יצא חשבון של שבעים שנה, אבל לכאו' מי יימר שהי' ראוי גם מצד חכמתו, שלכן הלכה כמותו?
והנה בלקו"ש ח"ז פ' אחרי ע' צא וזלה"ק:
"בשעת מען האט אים געוואלט ממנה זיין, האט ער זיך מיישב געוואן מיט זיין פרוי, האט זי אים אפגערעדט דערפון, זאגנדיק "לית לך חיורתא"... שטעלט זיך די שאלה: מיט דעם טענה "לית לך חיורתא" האט זי דאך געמאנט אז ער איז נאך גאר יונג, אן איז דעריבער ניט ראוי צו זיין א ראש ישיבה, - די מעלה פון א זקן אין יארן - וואס אויף דעם באוויזן די חיורתא (ובפרט בשייכות מיט א ראש ישיבה) איז כמ"ש ורוב שנים יודיעו חכמה, און דעם ענין פון חכמה - וואס קומט דורך "רוב שנים" קען מען ניט באקומען דורך אן אנדער אופן, ווארום אפי' א בעל כשרונות נעלים ביותר און א מתמיד גדול ביותר, פעלט ביי אים אבער דער ריבוי החכמה וואָס קומט דורך רוב שנים (ווארום ס'איז דאך "הרבה קבלתי מרבותי הרבה קבלתי מחברי ומתלמידי יותר מכולם" - און זייענדיק יונג, קענען דאך ניט זיין די אלע ענינים),
"...מוז מען זאגן, אז דאס וואס אתרחיש לי' ניסא ומהדרו לי' תמני סרי דרי חיורתא", האט (אויך) בעוויזען מלמעלה אז תוכו - (בפנימיותו) האט ער די מעלה פון א זקן ... מוז מען זאגען אז זיין חכמה איז געווען פארבונדען מיט זמן יחוס וואס ער איז "עשירי לתורה".
- וע"פ שיחה זו אפשר לבאר איך ר' אליעזר בן עזרי' הי' ראוי מצד חכמתו ג"כ.